דפים

יום שלישי, 14 ביולי 2015

תחנה לתשליך - מתורגם לעברי־טייטש בידי ר' נפתלי משכיל לאיתן

תחנה לתשליך נפתלי משכיל לאיתן
שמו של ר' נפתלי משכיל לאיתן מופיע ברוסית:
Н. Маскилейсон = N. Maskileyson
רבון העולמים הער פון אלע וועלטין, דוא האסט אונז געשריבין אין דיין הייליגע תורה צו מאכין היינטיגין טאג ראש השנה, דען אן היינטיגין טאג זיצט דוא אויף דעם שטול פון משפט, צוא משפעטין דיא גאנצע וועלט קליין אונ גרויס, יונגע אונ אלטע, ארים אונ רייך, צוא משפעטין זייא צוא גוטס אונ צוא שלעכטס, צו גליק אונ צו אונגליק, צו טוט אונ צוא לעבין, יעדערין נאך זיינע מעשים, וויא ער האט פערדינט וויא ער איז ווערט, אונ מיר ווייסין אז מיר זיינען פול מיט זינד, מיר האבין ניט מקיים גיווען וואס דו האסט גשריבין אין דיין הייליגע תורה, אונ מיר האבין קעגין דיר ווידער גישפעניגט, דרום זיינען מיר זייער ערשראקין פאר היינטיגין יום הדין, אונ עס איז אויף אונז אגרויס פחד, פילייכט וועסטו אונז משפטין נאך אונזערע בייזע מעשים, וועלין מיר חלילה קיין תקומה ניט האבין, דרום קומען מיר היינטיגין טאג צום וואסער, צו פליסין טרערין וויא וואסער, דרום קומען מיר צום וואסער, בעטין דיך אז דוא זאלסט זיך מיט אונז בגיין מיט ערבארימקייט מיט חסד, וואס איז גיגליכין צוא וואסער, אונ זאלסט אונז היינט צו יום הדין ערוועקין דיינע גוטע מדות, צוא רייניגין אונז פון אונזערע זינד וואס זיינען פיל וויא אין מער וואסער, אונ זאלסט אב וואשין אלע אונזערע פלעקין וויא וואסער, דוא זעהסט וואס בייא יעדער מענטש אין הארץ, דוא קוקסט דורך יעדער קערפער וויא וואסער, עס איז פון דיר קיין זאך ניט פאר הוילין, קיינער קען זיך פון דיר ניט בהאלטין, אויסער דיר קען קיין בשעפיניס ניט לעבין וויא איין פיש אהן וואסער, ווען חלילה דוא וואלסט זיך בגיין מיט דער וועלט איין קליינע וויילע מיט מדת הדין, ווען דוא וואלסט בצאלין איין מענטשין נאך זיינע מעשים, פונקטליך וויא ער האט פערדינט, וואלט דיא וועלט קיין קיום ניט האבין, נאר דוא צאמסט ארום דעם מדת הדין מיט דיין מדת הרחמים, וויא דיא ברעגין פון ים צאמען ארום דאס וואסער, דרום קומען מיר היינט צום וואסער ניט מיט אונזערע גוטע מעשים, ניט מיט אונזערע גרעכטפארטיקייט, נאר מיר פערהאפין אויף דיינע גינאד, אונ דיין מדת הרחמים, וואס זיינען אזו פיל וויא אין ים דאס וואסער, מיר זיינען זיך מתודה אויף אונזערע בייזע מעשים וואס מיר האבין גיטאן ביז אהער, אונ אונזער הארץ איז דערויף זייער צוא בראכין, וואס מיר האבין קעגין דיר ווידער גישפעניגט, אונ דיך ערצעהריגט, מיר האבין ניט געהיט דיין הייליגע תורה, מיר האבין ניט מקיים גיווען דיינע הייליגע מצות, מיר בעטין פון דיר הער פון דער גאנצער וועלט, וואס אין דיין האנד איז דיא זייל אונ דער לעבין פון אלע מענשין, מיר בעטין פון דיר דוא זאלסט אב מעקין אלע אונזערע זינד, אונ אלע אונזערע שטרי חובות, דען מיר האבין ניט מיט וואס איין צו צאלין דאס וואס מיר זיינן שולדיג, מיר זאלין חלילה ניט בדארפין צאלין מיט אונזער לעבין, מיט דאס לעבין פון אונזערע קליינע קינדער, אונ פון איצונד אן אונ ווייטער זאלסטו אונז העלפין מיר זאלין קענען דיך דינען מיט דעם גאנצין הארצין, דוא זאלסט אונז בשאפין אגוט הארץ, מיר זאלין היטין אלע דיינע גבאטין, עס זאל ביי אונז ניט זיין קיין קנאה שנאה, מיר זאלין איינער מיט דעם אנדערין גוטס טאן, מיר זאלין אויף אלעמען טראכטין גוטס, אונ אלע זאלין אויף אונז אויך טראכטין גוטס, מיר זאלין איינער דעם אנדערין ליב האבין וויא זיך זעלבסט, אונ מיר זאלין זיין גליבט ביי אלעמען אין דיא אויגין, מיר זאלין גאר קיין שלעכטע גידאנקען ניט האבין אין זינען, מיר זאלין ווערט זיין פון היינט אן אז דוא זאלסט מיט אונז גוטס טאן, אונ זאלסט היילין אלע צו בראכענע הערצער, דוא זאלסט אונז געבין איאר פון לעבין, איאר פון גזונד, איאר פון פרנסה, איאר פון גוטס, דוא זאלסט ניט צוא נעמען אפאטער פון זיינע קינדר ניט אין דער צייט, עס זאלין ניט בלייבין אלמנות אונ יתומים וויא אשיף אן ארודער, אונ וויא אסטאדע שאף אן איין פאסטוך, דוא זאלסט ניט צו נעמען אמוטער פון קליינע קינדער, אונ קינדער זאלסטו ניט אוועק נעמען בייא אפאטער אונ מוטער, עס זאל בייא אונז קיין בראך קיין אומגליק ניט גישעהען אין אונזערע הייזער, אונזער בלוט זאל זיין אין גאנצין, מיר וויינען אונ שרייען היינט, אז אגאנץ יאר זאלין מיר שוין מער ניט בדארפין שרייען אונ וויינען חלילה, מיר זאלין אגאנץ יאר קיין טרערין ניט פערגיסין, אונ דו זאלסט ערפרייען אלע ביטערע הערצער, אלע צוא בראכינע געמיהטין, דוא זאלסט יעדערין ערפילין וואס אים פעלט, אלע וואס ליגין קראנק רחמנא ליצלן זאלסטו זייא היילין אונ צוא שיקין ארפואה שלימה זייא זאלין גיזונד אונ שטארק ווערין, אלע וואס זיינען במקום סכנה זאלסטו זייא בשיצין מיט דיין רעכטע האנט אונ זאלסט זיי בעשירמען פון זייער געפאר, אלע עקרות זאלסטו בפעהלין זייא זאלין טראגעדיג ווערין, אונ אלע חשוכי בנים זאלין ערפרייט ווערין מיט זרע של קיימא, זיי זאלין מער ניט זיין וויא צוא דארטע בוימער נייערט וויא בוימער וואס גיבין פרוכט, אלע טראגעדיקע פרויען זאלסטו היטין, זייא זאלין ניט מפיל זיין חס ושלום, אונ זאלין גיבוירין אין דער צייט, אלע געווינערינס זאלין בשלום געווינען אן צער, אן חבלי לידה, אן ווייטאג אן יסורים, אן שום סכנה אונ אונגליק, אונ זאלין האבין לאנג לעבעדיגע קינדער, זייא זאלין פון זייא קיין צער גדול בנים ניט האבין, זייא זאלין זייא אויף האדעווען צו תורה אונ צו מעשים טובים, זייא זאלין ניט פערשעמען זייערע עלטערין, זייא זאלין זיין גוט אונ פרום צו גאט אונ צו מענשין, רבונו של עולם גיב אונז איאר וואס מיר זאלין ניט פערשעמט ווערין, זאלסט אונז היטין פון ארימקייט, מיר זאלין חלילה ניט בדארפין אן קומען לידי מתנת בשר ודם, מיר זאלין ניט בדארפן אן קומען איינער צום אנדערין, דען דיא גאב פון אמענטשין איז קליין אונ דיא שאנד איז זייער גרויס, נאר דוא זאלסט אונז ערנערין פון דיין אייגענע האנד, דוא זאלסט אונז צו שיקין אכשרע פרנסה אגרינגע פרנסה, אן צער אן לייד אן שוועריגקייטין, מיר זאלין בייא לייטין ניט בדארפין ווס נעמען, רבונו של עולם דוא זאלסט אונז ניט צו נעמען פון דער וועלט פאר דער צייט, ביז וואנען מיר וועלין אויס לעבין אונזערע יארין, אונ מיר וועלין אויס האדעווען אונזערע קינדער, אונ מיר זאלין פון זייא נחת האבין, זייא זאלין גיין אין דיא רעכטע וועג, אונזערע הערצער זאלין זיך פרייען אמן.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה