דפים

יום שישי, 13 במרץ 2015

נייע אידישע פאלקס ליעדער - מאת ר' אברהם בר' נפתלי משכיל לאיתן


דער נייער
מן המצר

מן המצר קראתי יה,
ענני במרחב יה, ענני במרחב יה!
וואס קאנסט דו מענשעלע מיר דענן טאהן?!
ווען גאט איזמיט דעם אידעלע פון אייביג אן;
איך לאך פון דעם פיינד!
דענן גאט איז מיין פריינד!





                        1.
דעם שוואכין אידיל קענען אללע,
ער קוים האלט זיך אויף א האר:
דאך אין היסטאריע ער א ראללע
שפילט שוין צייט פיעל טויזענד יאהר.
                    *      *
                        *
שונאים האבין איהם אלס אין דיא מאססען
צו ערדריקין געפרובירט;
דאך קומט ער זיי ביי גאנץ שטיל, געלאססען
און ער לעבט אונ עקסעסטירט.
                    *      *
                        *
וואס איהם אלס פערשאפט?
ער האט אזא קראפט!
ווייל אין אללע צייטען,
וויא זיי זיך אלס בייטען,
ערקוויקט איהם איין ליעד;
אין אנגסט, פערגעניגען
צו גאט מיט איין ניגון
זינגט שטענדיג דער איד:

כאר
מן המצר קראתי יה א. ז. וו.

                        2.
דער עשו, אונזער בייזער פעטער,
האט זיין ברודער לאנג געיאגט.
אויף יעקב'ס גוטס האט ער א היתר:
מאנט דיא בכורה, שנאה טראגט.
                    *      *
                        *
דאך האט יעקב ביי זיך פארט דיא בכורה:
פייהיגקייט, וואס ער בעזיצט.
ער האט שווערד און ביקס, נאר יעקב–תורה,
וועלכע היט איהם איין אונ שיצט.
                 *      *
                     *
וואס איהם אלס פערשאפט?
ער האט אזא קראפט!
ווייל אין אללע צייטען,
וויא זיי זיך אלס בייטען,
ערקוויקט איהם איין ליעד;
אין אנגסט, פערגעניגען
צו גאט מיט איין ניגון
זינגט שטענדיג דער איד:

כאר
מן המצר קראתי יה א. ז. וו.


                        3.
דער רמאי לבן האט אין חרן
יענקלען ווערגען שטארק געגארט:
געמאטערט איהם פאר רחלען יאהרין,
לסוף נאר לאה'ן איהם פערנארט.
                    *      *
                        *
נאר מיא נארט ניט אב גרינג אונז יהודים,
נאר אומזיסט וואר לבן'ס מיה!
יעקב מאכט א קונץ: נקודים, ברודים,
ווערט שטיין רייך און האט פיעל פיה!

                        4.
פערדריקט האט פרעה אונז אין גשן,
שלעפין טאטשקעס צו געשמידט.
געשפארט האט ער זיך אלס מיט משה'ן:
פריי אונז לאזין וויל ער ניט!
                    *      *
                        *
איהם האט גאט געגעבען מכת בכורות!
אונז– גאלד, זילבער, צוגאב, פעט!
היינט ערציילט דער איד דאס לדור דורות,
פסח אויף דער היסב בעט.

                        5.
נבוכדנצר דער רוצח
האט אונז מזיק גוט געווען:
פערברענט דעם מקדש, דעם מזבח
אונ פערנומען אונז אין פלען.
                    *      *
                        *
ער געווארין איז א בער ביים לעבען,
אויך פון קבר וואר געשלעפט.
עזרא'ן האט אונז דאמאלס גאט געגעבען
אונ דער איד האט אבגעלעבט.

                        6.
מיר אידין אללע יאהר ערציילין
פון דעם המן בן אגג:
דער רשע האט געוואלט אויסקיילין
אללע אידין אין איין טאג.
                    *      *
                        *
נאר א סוף איז אויס צו דעם עמלק!
איהם געהאנגען האט מען ראש!
פורים קלאפט איהם גוט יעצט דער ישראליק
אונ פערבייסט א המן טאש.

                        7.
פיעל צרות, לייד האט אנטיוכוס
אונז פארצייטין אנגעמאכט!
האט געטצין פול, פון אלדיע רוחות,
אויך אין טעמפיל אנגעבראכט!
                    *      *
                        *
איהם געזיגט דאנן האבען מכבייער,
זיין פסק וואר גאר אונגעריכט!
אויף דעם פרייט זיך יאהרליך דער איד זייער:
לאטקעס מאכט, אונ צינדט אן ליכט!

                        8.
דער טיטוס האט אונז גאר צו בראכען!
האט דעם טעמפיל אונז פערברענט;
אונז אנגעמאכט ניין טעג, דריי וואכען
אונ פון ציון חורבות וואנד.
                    *      *
                        *
נאר א פסק געהאט האט גוט דער רשע:
א מוק געלעכערט האט זיין קאפ.
יסורים גוט געהאט! אהא?! – ניש' קשה!
אונ דער איד דורך דעם לעבט אב.

                        9.
אין שפאניען איז אונז שלעכט געוועזין:
אונז דיא וואונד טהוט יעצט נאך וויי!...
געטאהן אונז ארבע מיתות בית־דין
דארט אויף דעם אטא־דע־פוי.
                    *      *
                        *
אבגעחשבונט האט זיך יעצט דער יאנקע:
זיי געשלאגען ווי א הונד!
דער איד סאמפסאן האט געלייגט זיי קראנקע!
שפאניען'ס סוף זעהט מען איצונד!

                        10.
דיא יודען פראגע איז געבליבען,
נאר ער האלט זיך אויף גאטס נס.
מיא פלעגט דעם איד אין פראנקרייך ליבען,
קאכט יעצט דרייפוסעס פראצעס.
                    *      *
                        *
ווער געמאכט האט דאס? – אנטיסעמיטען!
אויף דעם איד געקעהרט דעם שטראף!
נאר דיא זאך האט יעצט זיך אום געביטען
דורך זאלא דעם פילאזאף.

                       11.
נאר יעצט שיינט אויף דעם אידינס מזל,
האפנונג ווייזט זיך, גאט זיי דאנק!
דיא אידין קלייבען זיך אין באזעל,
גרינדען פאר דעם פאלק א באנק.
                    *      *
                        *
דיא אידעע, וועלכע מיר יעצט וועבען,
זאל גאט מאכען אונז דעם זיים!
אונ מיר זאלין נאך אליין ערלעבען,
זיין אין אונזער אלטער היים!

                        12.
וואס הירצעל טראכט מיט דעם נארדויען,
לייג גאט צו דו אויך א האנד!
מיא זאל דיין אומה ניי אויף בויען
דארט אין אונזער הייליג לאנד!
                    *      *
                        *
מיר פערלאנגען ניט קיין גרויס עשירות!
שטיל נאר לעבען וויל דער איד!
זאך גענוג שוין זיין דיא פרעמדע דירות!

דאנן וועט קלינגען ערשט דאס ליעד!


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה